Pinned Tweet
סובסקרייבט און בלייבט אינפארמירט.
מוזמנים לעקוב!! 👇
@Published_I
אלס פראטעסט קעגן דעם ארעסט פון די חתן בימי השמחה, האבן פילע מפגנים בלאקירט די באן אין ירושלים, בעת די פאליציי האט פרובירט זיי צו פארטרייבן מיט שרעק-גראנאטן.
די לאקאלע לאנדאנער שומרים זענען ארויסגעקומען היינט פארמיטאג מיט א רוף ארויסצוהעלפן אין די זוכערייען נאך א 42-יעריגן אינגערמאן, ר' אלחנן הלוי, וועלכער איז נעלם געווארן פון האריזאנט.
א מאסיווע רעגן האט היינט באטראפן דער נייער ישוב אין לעיקפראנט, אקיטשאבי, ווען זייטיגע תושבים געבן איבער אז די שווערע פארפלייצונגען ברענגען ארויף א זארג איבער דעם נאמען "לעיק" אליין.
דער רעפובליקאנער קאנדידאט וויוועק ראמאסוואמי, וואס לויפט פאר גאווערנאר פון אהייאו, זאגט: "יא, מ'האט מיר געפרעגט יענע באקאנטע אויסגעדראשענע שאלה איבער די אמעריקאנער הילף פאר מדינת ישראל. אט איז וויאזוי איך האב געענטפערט."
נאכדעם וואס לייביש'ל האט געלייגט א שטארקע פרעשור אויף די איזראעלי מידיא נעצן צו באריכטן די אכזריות'דיגע שריט פון די ארטיגע מיליטערישע פאליציי, וועלכע האבן ארעסטירט א חתן א בן תורה אינמיטן די שבע ברכות פארענט פון די אויגן פון זיין פרישע כלה, האט די 'כאן חדשות 11' נייעס ארויסגעוויזן דרייסטקייט דאס יא צו באריכטן. זיי געבן איבער אז דאס איז א ריינע 'נקמה' נאכדעם וואס ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ארעסט וועלכע האט אנגעמאכט פראטעסטן ביי זיין הויז אין מודיעין.
"דער דאזיגער שווערער נסיון וועט דיר ברענגען ברכה, הצלחה, און א גליקליך לעבן מיט דיין חתן": מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א - וועלכער געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לטובת 'קרן עולם התורה' - האט מיט א קורצע צייט צוריק גערעדט מיט די כלה וואס איר פריש-חתונה-געהאטער מאן איז ברוטאל ארעסטירט געווארן אינמיטן די שמחת השבע ברכות.
דער נייער חבר כנסת ר' אליקים שטארק ווערט געזעהן אין א שמועס מיט'ן בארימטן גיטאר שפילער יאנקי קאפעלאוויטש ווי זיי האבן זיך געטראפן אין די פאראייניגטע שטאטן, אינאיינעם האבן זיי דורכגעשמועסט די געברויכן פון די יוגנט 'דארט' אין ארץ ישראל.
באאמטע אין די מיליטערישע תפיסה נומער 10 שאצן אז דער חתן וועט באפרייט ווערן אדער היינט נאכט אדער מארגן, היות מ'האלט אז זיין שטראף וועט פארקערצערט ווערן צוליב זיין פרישע חתונה, ובפרט וואס ער האלט אין די ימי שבע ברכות.
פארט זאגט אבער לייביש'ל, אז מיר געבן נאכנישט אויף ע"פ.
דער באקאנטער עסקן און בנש"ק הרב דוד כץ, יושב ראש 'קרן מורשת לישראל', פון די חשוב'ע און פראמינענטע עסקנים אין אמעריקע, ומקורב למלכות, האט שארף פראטעסטירט קעגן דעם פסק פון די ריכטער.
Rabbi David Katz, Executive Director of the Israel Heritage Foundation, condemns:
"I condemn in the strongest terms the shameful decision by the State of Israel to jail a Jewish groom.
This is not democracy. This is not freedom. This is not Judaism. This is cruelty.
This is not how a Jewish state treats a bride and groom who just married in October. You do not drag a groom off a bus in front of his wife on his way to his own Sheva Brachot.
What kind of Jewish state arrests a man for learning Torah?
In his first year of marriage, the Torah commands a man to stay home and make his wife happy — not to be thrown into a military cell.
This is against Torah, against morality, against every basic value. It is unheard of, unacceptable, and a stain on Israel.
I call on the Government of Israel and Defense Minister Israel Katz @Israel_katz @netanyahu @KnessetENG @IDF @POTUS @WhiteHouse @PressSec to release him immediately. Shame on those who ordered this."
Yaari Lieberman, a Torah student from Yeshivat Or HaChaim, was ambushed on Nov. 1, 2026, by Military Police and sentenced to 20 days in military jail.
He was seized with his new bride as they got off a bus on their way to their Sheva Brachot celebration. Officers in plain clothes, with no badges, grabbed him like a criminal. His terrified bride thought it was a kidnapping.
The army should know better. Enforcing the law does not mean destroying a Jewish home.
theyeshivaworld.com/news/isr…
אפדעיט: היינט נאכט אום 8:00 אזייגער וועלן די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית ארויסגיין אין א שטורמישע מחאה וועלכע וועט צונויפברענגען שווערע הונדערטער אידן זקנים עם נערים, החרדים לדבר ה', אויסצושרייען דעם ווייגעשריי נאך די ארעסט פונעם חתן, אינמיטן די שבע ברכות.
די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די גענויע דעטאלן,
פרטים וועלן נאכפאלגן.
לייביש'ל זאגט: 'קיין שום אידיש קינד וועט זיך נישט לאזן ברעכן פון די שלטון הרשע'
דער וועלט-בארימטער שטערן בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ, מיט א ספעציעלער אפדעיט, דאס מאל שוין אויפן אידישן שפראך - פאר אונז היימישע אידן, צו קומען זיך אנצושליסן אינאיינעם מיט אים און פארברענגען א רייך-הערליכע נאכט.
קלינקט דעם לינק - איר קענט נאך זיין א חלק:
tickettailor.com/events/teny…
דער וועלט-בארימטער שטערן בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ, מיט א ספעציעלע אנאנסמענט אויף די ענגלישע שפראך איבער זיין נסיעה קיין ניו יארק דעם קומענדיגן זונטאג, כדי ארויסצוהעלפן און שטיצן אזא וויכטיגע ארגאניזאציע. ר' מאטי לאדענט איין דעם היימישן ציבור צו קומען זיך אנצושליסן און מיטקומען אינאיינעם מיט אים פארברענגען א רייך-הערליכע נאכט.
אין דעם קריטישן צייט וואס אלע גדולי ישראל בארצינו הקדושה, שרייען געוואלד איבער'ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, אין די מחאות פארנט פונעם מיליטערישער טורמע ווערן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסן שטורעמישע עצרת מחאה אדירה בשילוב מיטן 'שמחת השבע ברכות' וואס וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן צוועלף אזייגער פארמיטאג, ארויסצושרייען א שארפע מחאה קעגן דעם ארעסט פונעם בן תורה און פרישן חתן, יערי ליבערמאן, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אינמיטן די ימי השבע ברכות.
לייביש'ל זאגט: 'מיר וועלן נישט איינרוען ביז די רשעים וועלן אראפנעמען זייערע לאפעס פון די לומדי תורתינו הקדושה'
העדה החרדית החליטה לצאת למאבק על מעצר החתן.
כולנו למערכה אדירה: די בד"ץ עדה החרדית זיצן אין די יעצטיגע מינוטן ביי א דרינגענדע אסיפה אויסצושמועסן כדת מה לעשות און זיך צו גרייטן אויף א מאסן מערכה, נאכדעם וואס די איזראעלי מיליטערישע פאליציי האט היינט ארעסטירט דעם חתן א בעל תשובה פון מודיעין עילית יערי ליבערמאן אינמיטן זיין וואך שבע ברכות און אים פאראורטיילט צו 20 טעג אין תפיסה, היל"ת.
אויב מען וויל באמת אויפטרייסלען דאס גאנצע לאנד, דארפן מיר ארגאניזירן א מאסיווע שמחת "שבע ברכות" פייערונג מארגן אינדרויסן פון די טויערן פון די מיליטערישע תפיסה, מיט פויקן, און טענץ.
לייבישל וועט נישט רוען, ביזן זעהן דעם חתן אינדרויסן פון די טורמע טויערן. כאיש אחד בלב אחד.
כולנו למערכה אדירה: די בד"ץ עדה החרדית זיצן אין די יעצטיגע מינוטן ביי א דרינגענדע אסיפה אויסצושמועסן כדת מה לעשות און זיך צו גרייטן אויף א מאסן מערכה, נאכדעם וואס די איזראעלי מיליטערישע פאליציי האט היינט ארעסטירט דעם חתן א בעל תשובה פון מודיעין עילית יערי ליבערמאן אינמיטן זיין וואך שבע ברכות און אים פאראורטיילט צו 20 טעג אין תפיסה, היל"ת.
אפדעיט:
שטארקע באמיאונגען צו באפרייען דעם ארעסטירטן חתן: דער יושב ראש פון די ש"ס פראקציע, חבר הכנסת ינון אזולאי, זאמלט יעצט אינטערשריפטן פון חברי הכנסת אויף א דרינגענדע פעטיציע צום זיכערהייט מיניסטער, פארלאנגענדיג מען זאל שוין באפרייען דעם חתן וואס איז ארעסטירט געווארן אינמיטן זיין פרייליכע שבע ברכות טעג.
ביז יעצט האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם פארלאנג פילע חברי הכנסת פון די רעכטע פארטייען, אריינגערעכנט דער קאאליציע פארזיצער ח"כ אופיר כץ, מיניסטער שלמה קרעי, און די חברי הכנסת: אלמוג כהן, טלי גוטליב, מיכל וולדיגר, חנוך מילביצקי, גלית דיסטל, אתי עטייה, ששון גואטה, קטי שטרית, אביחי בוארון, און נסים ואטורי.
לייביש'ל וועט בעז"ה ווייטער אנהאלטן צו לייגן וואס מער דרוק, אינאיינעם מיט די ארטיגע עסקנים, ביז מיר וועלן זעהן דעם חתן באפרייט!










