פרייד, מיטגעפיל, לעבעדיגע מוזיק און פייערונגען ברעכן אויס אין זאל ווען ילדי דערגרייכט צום הויכפונקט פון די נאכט די אומגלויבליכע סומע פון $700,000 וואס באדייט אז א פילאנטראפ וועט געבן נאך 100,000!
1
מאמענטן בעפארן דינער, הינטער די קוליסן: עסקנים לויפן ארום, זמרה מיטגלידער זינגען און פראקטיצירן, און א פרייליכע שטימונג שפירט זיך אין זאל.
אוי לכתך לכתך אחרי במדבר 🎶
מאנטרעאל, ווען נאך האסטו געזען אזא שיינע און אינספירירנדע נאכט, ווי ביי די ילדי דינער, ווען טויזענטער אידן נעמען זיך צוזאם און שטיצן א מוסד וואס האט נישט זיינס גלייכן.
ווידעא ווי הרבני הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג גייט ארויף צום אויבנאן צו נעמען זיין פלעג, דורך דער מנהל המוסד און די הנהלה פון ילדי.
דער עולם איז פארגאפט: הערליכע געזאנגען דורך מאטי שטיינמעץ, אין באגלייטונג פון זמרה קווייער, און א ריזיגער ארקעסטרא אנגעפירט דורך דער מוזיק ריז פון ארץ ישראל רובי באנעט.
די עולם אין שפאנונג, ביים רעדע פון הרבני הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג, מיט פאקטן און איינצלהייטן איבער די אפקויף פון די גיגאנטישע נייע ילדי געביידע, ווי ר' מעכי איז געווען גאר אינסטרומענטאל און הילפבאר.
טישן פון ילדי פריינט, שטיצער פון אזא חשוב'ע מוסד זיצן לענגאויס לאנגע רייען פון טישן אין דעם ריזן זאל און פארברענגען געמיטלעך.
...כ'האב געזאגט אז אויב געבט ער מער געלט, געב איך אויף די נאמען פון די געביידע..."
הרבני הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג טרעט אויף, ביים דינער.
מאטי ווערט געזען אויף איינע פון די ריזיגע סקרינס אין זאל, אויפגעשטעלט אז די וואס זיצן ווייט זאלן קענען מיטהאלטן.
ווייטערדיגע דעקונג פון די נעכטיגע דינער: קורצע ווידעא ווי דער מנהל המוסד דערציילט איבער די פארשידענע הילף וואס מען האט באקומען פון הרבני הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג הי"ו, און זיין חשוב'ע פאמיליע.











